געבענטשטע דאָנאַטס
“ווער דארף? ווער נאך? ווילסט נישט נאך איין?”
נאך פאר כ’האב געכאפּט פון וואו דאס קול קומט, האבן מיינע קינדער שוין געהאלטן טיף אינמיטן שלעפּן די עקן פון מיין רעקל.
“טאטי, דארט!”
וואס איז דארט?
דער חוש הריח — וואס האט אויפאמאל אויפגעכאפּט דעם גערוך פון פרישע פאנקען — האט מיר געהאלפן פארשטיין פון וואס מ’רעדט.
פארטרערטע בקשות
מיר זענען געגאנגען צו יענעם ווינקל, וואו א מיטליעריגער איד איז געשטאנען מיט א שאכטל און געטיילט פאר יעדן וואס האט אויסגעשטרעקט די האנט.
דער איד האט נישט דיסקרימינירט. ער האט גערן געטיילט קאַרמעל-געשוואלענע בייכער פאר יעדן וואס האט נאר געבעטן.
“איך בעט נאר איין זאך”, האט יענער געזאגט נאכ’ן געבן דעם דאנאט. “מאך א ברכה מיט כוונה. לייג צו אז ס’זאל זיין לזכות רפואה פאר עַדִינה בת שרה”.
אין יענעמס גוטע, גרויסע אויגן האבן זיך געזען סימנים פון ווייטאג.
געזונטע פאנקען
ווי איר קענט זיך פארשטעלן, האט יעדעס קינד באזונדער — מיינע און די אנדערע — שוין לאנג נישט געזאגט א מזונות מיט אזויפיל כוונה. מסתמא האבן זיי אויך נאך קיינמאל נישט אזוי ערנסט געוואונטשן א רפואה פאר א צווייטן ווי דעמאלט, מיט’ן דאנאט אין דער האנט.
איך רעד וועגן די קינדער, אבער באמת געדענק איך נישט ווען איך, דער ערוואקסענער טאטע פון יענע תמימות’דיגע קינדער, האב דאס לעצט מאל מתפלל געווען מיט אזויפיל הארץ פאר דער רפואה פון א צווייטן.
כ’ווייס נישט צי ס’איז געווען יענעמס טרערן, אדער דער שוחד פונעם געבעקס, וואס איז זיך צעגאנגען אין מויל, אבער כ’ווייס אז ס’האט געארבעט.
איך ווייס נישט וואס ס’האט זיך אויסגעלאזט מיט יענער חולה. כ’האף אז זי האט געהאט א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל — אריינגערעכנט די וועמענס נאנטע זענען נישט אויפגעקומען מיט שעפערישע איינפאלן, וויאזוי צו מאכן אנדערע אידן מתפלל זיין פאר זיי.
דאס ווייס איך אבער יא, אז יענע קראנקע האט אין איין שעה באקומען מער תפילות און רפואה-שלימה ווינטשן, ווי אלע אנדערע נעמען לרפואה שלימה פון די ארומיגע צעטלעך אינאיינעם.
הארציגע פשטים
דער דאנאט-טיילער האט געכאפּט א פשוט’ע נקודה: אויב דו ווילסט אנווארעמען א צווייטן צו דיר און דיינע געברויכן, דארפסטו אריינקריכן צו זיין הארץ. איינמאל ביסט דארט אינעווייניג, קענסטו פועל’ן וואס דו ווילסט.
ס’איז אמת אז דער עצם מציאות פון א צווייטן איד וואס נויטיגט זיך אין א רפואה, וואלט געזאלט זיין גענוג, אבער למעשה ווייסן מיר אז דאס אליין מאכט נישט די זאך.
עס זענען ליידער פאראן צופיל חולאים, וואס קומען כסדר צו אנדערע אידן מיט דער זעלבער בקשה. ס’איז אויף דער וועלט פאר צופיל ווייטאג, אז די פּיין פון א צווייטן זאל אונז אמת’דיג קיצלען.
א דאנאט, מיט א שמייכל, אן קיין תנאים, נאר מיט א בקשה צו ווידמען די ברכה וואס דו וועסט סייווי מאכן, פאר דער רפואה פון יענער קראנקער — דאס קען יעדער באשטיין צו געבן, אפילו א קינד וואס ווייסט נישט קיין סאך וועגן מחלות און שפּיטאלן.
קערעסטירער קושקעס
כ’האב דעמאלט אויך פארשטאנען דעם פשט פון דעם ‘רבי ישעי’לע’ ענין, וואס איז אזוי פּאפּולער געווארן אין די לעצטע יארן — די ברייטע סעודות און סתם ברייטהארציגע עסן-פארטיילונגען, וואס שפּילן זיך אפּ אינעם יארצייט-טאג פון רבי ישעי’לע קערעסטירער זצ”ל.
איך פלעג עס אמאל אנקוקן בבחינת עס העלפט נישט און שאדט נישט. אידן געבן עסן און אנדערע אידן ווערן זאט. פארוואס נישט: וואס קען שוין זיין שלעכט.
דער דאנאט האט מיר געגעבן צו פארשטיין, אז ס’איז נישט סתם אן ענין פון ‘וועמען גייט עס אן’. זעטיגן אנדערע אידן, זיי פיטערן און געבן צו עסן, טאקע פון בעסטן און שענסטן, איז א לכתחילה שבלכתחילה.
ווייל דער וועג אריין צו א צווייטן איד’ס הארץ לויפט אפטמאל דורך די קישקעס. ס’איז טאקע א שטיקל אומוועג, אבער אויף דעם אופן קען מען גרינגער אנקומען צום הארץ.
אונזערע געשעפטן
ריעל עסטעיט אין ארץ ישראל, איז א שווערע סוגיא פאר עמיצן וואס וואוינט אין אויסלאנד.
ס’זענען דא אידן וואס ווילן אינוועסטירן אין ארץ ישראל, אבער האלטן זיך צוריק צוליב’ן פחד פון חסרון ידיעה, אדער מעשיות פון אנדערע וואס האבן זיך אפּגעבריט.
דערפאר איז די געטער גרופּ געגרונדעט געווארן.
אלס מיטארבעטער אין The Getter Group, איז מיין דזשאב צו זיין אויף דיין זייט — העלפן פון טרעפן א צוגעפּאסטן אינוועסטמענט ביז’ן סוף ועד בכלל.
כ’ווייס יעצט פון איין אזא גוטער אינוועסטמענט געלעגנהייט. מ’דארף דערפאר האבן בערך $200,000.
מיר קענען כאפּן א שמועס. שיק אן אימעיל, אדער רוף 718-473-3950 עקסטענשאן 2.